דאנעשטאג מטות - מסעי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנעשטאג מטות - מסעי
היינט האבן געהאט די זכי' צו מיטדאווענען מיט'ן רבי'ן תלמידי ישיבה גדולה - שיעור ד'
דער רבי איז אנגעקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:30
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לע"נ זקינו בעל ישמח משה זי"ע.
בעל תפלה: ר' אהרן הערש וועבער.
ביים ליינען האט ר' דוד מזרחי הי"ו געקויפט דער רבי'ס עלי', דער רבי האט זיך באדאנקט.
נאכן דאווענען האט הב' אשר זעליג קלאגסבאלד איבערגעגעבן פארן רבי'ן א תירוץ אויפן קושיא וואס דער רבי האט איבערגעלאט אין ישיבה אינעם סוגיא פון מיגו להוציא לא אמרינן.
נאכן דאווענען זענען די געסט וואס זענען געקומען אויף שבת אריבער שלום נעמען.
א גוטן טאג
~🌴~