מיטוואך מטות-מסעי פארנאכטס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך מטות-מסעי פארנאכטס
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:10
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי געלערנט אין ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:45
אויפדערנאכט האט דער רבי געפירט די סעודת הילולא אין ביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה - שיעור ד'.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת הילולא ארום 10:15
נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פאר די בחורים.
נאך די זופ האט דער רבי פארציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל ההילולא.
דערנאך האט הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ראש הישיבה געמאכט א סיום אויף מסכת סנהדרין.
דערנאך האט אים דער רבי מכבד געווען מיט מכתם לדוד.
דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברי תורה. דער רבי האט פארענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים, און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים במהרה.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מען האט געענדיגט ארום 11:45
דערנאך האט דער רבי האט אהיים שפאצירט.
צווישן אנדערן האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט עובדות וסיפורים פונעם בעל ההילולא.
א גוטע נאכט.
~🌴~