דינסטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג דברים=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: הבה"ח אליעזר יו"ט ליפא בהר"ר אשר אנטשיל גרובער שליט"א - מאנסי.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער רש"י הקדוש וואס די יארצייט איז געווען היינט כ"ט תמוז.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55.
בעל תפילה: הב' הערשל ב"ר משה הירש הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו - וומ"ס.
נאך מעריב האבן שלום גענומען תלמידי ישיבת עסק התורה - שיעור ג' מאנסי, אין שפיץ פונעם מנהל הר"ר ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א וועלכע זענען ארויסגעקומען אויף ראש חודש בצל הקודש פון רבינו שליט"א.
א גוטע נאכט.
~🌴~