מאנטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג דברים=
~כ"ח תמוז - יומדה"ק פון הגה"ק מרן בעל ישמח משה זי"ע~
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
פתיחה: הרה"ח ר' משה ברוך שווארץ הי"ו - וומ"ס.
עליות:
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א, די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע ענינים פונעם בעל הילולא זי"ע.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 5:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א - אבד"ק סערדאהעלי, ורב מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, וועלכע איז יעצט אינטערוועגנס פאר כשרות, אינאיינעם מיט הר"ר הערשל הארטשטיין שליט"א - מראשי מערכת הכשרות,
דער רבי האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד, און עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה ובקורות הצדיקים פאר ארום א שעה צייט, און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן גאס.
פארנאכטס ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין לאנדאן ביים אסיפה נחוצה 'מסורתינו' להורי תלמידי מוסדותינו הק'.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:30,
אויפן וועג צום ביהמ"ד האבן שלום גענומען די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אין שפיץ פון די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א,
דער רבי האט געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
דערנאך האט דער רבי געפראוועט די יארצייט סעודה אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד', און אנשי שלומינו וועלכע וויילן אויף אפרוה,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, פאר די פיש האט הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - מראשי ישיבה געמאכט א סיום אויף מסכת סוכה וואס איז געלערענט געווארן במסגרת הישיבה, און געזאגט קדיש, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו',
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אנטשיל גרובער שליט"א - מגי"ש בקהלתינו הק' מאנסי,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש משולב מיט סיפורים פונעם בעל הילולא, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים,
דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 9:50,
דערנאך האט רבי געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א.
נאך מעריב האבן זיך געזעגענט א קבוצה אנשי שלומינו פון מאנטריאל וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יארצייט סעודה, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.
א גוטע נאכט.
~🌴~