זונטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג דברים=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:10.
בעל תפילה: ר' לוי יצחק שעהנברוין הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער זיך געזעגענען און הב' ישראל ב"ר יואל ברא"א ווייזער הי"ו - ק"י, און הב' משה יודא ב"ר יואל אפרים פישל פריעד הי"ו - ק"י, האבן איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו - וומ"ס.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו מרן בעל ישמח משה זי"ע.
נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער הרה"ק ר' אלעזר מ'ליזענסק זי"ע וואס די יארצייט געפאלט היינט כ"ח תמוז.
א גוטע נאכט.
~🌴~