שבת קודש פרשת מטו"מ בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת מטו"מ בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.
ערב שבת נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה, הב' בנציון אלימלך בן הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א - ק"י,
הב' יושע ב"ר וואלף פערל הי"ו - ק"י,
הב' שלום יואל ב"ר חיים משה פעדער הי"ו - ק"י,
הב' נפתלי נטע בן הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א - וומ"ס,
הב' אלימלך ב"ר מרדכי לייב לאנדא הי"ו - וומ"ס,
הב' שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו - ק"י,
הב' יואל ב"ר יחזקאל זאב ניסן הי"ו - ב"פ.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו - קרית טאהש.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ חדב"ן רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
הגבהת הכוס: האדמו"ר מזידוטשוב חרדים שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים ור"מ בישיבה.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים, כלנו בני איש אחד נחנו, נחנו פשענו ומרינו' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה.
קה אכסוף: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א - מאנסי.
ברכת המזון: האדמו"ר מזידוטשוב חרדים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן בעל ישמח משה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג כ"ח תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר אהרן ברי"א מענדלאוויטש שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך האט הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר פון א אייניקל.
אז ביום השביעי: הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
~וביום השבת~
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערג הי"ו - קרית טאהש.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א.
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - מנהל הישיבה.
לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א.
שלישי: האדמו"ר מזידוטשוב חרדים שליט"א.
רביעי: הב' אהרן ב"ר גרשון מנחם ניישטאדט הי"ו - ב"פ.
חמישי: הב' בערל ב"ר יואל האלפערט הי"ו - ק"י.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הב' גרשון מנחם מאיר ב"ר יעקב הערש ניישטאדט הי"ו - ב"פ.
הוספות: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו.
הרה"ח ר' וואלף שניצער הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו - מאנטריאל.
ר'משה ישעי' זאב בראך הי"ו.
הב' אברהם ב"ר יונה לעוו הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו - ק"י.
הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א - ק"י.
הר"ר יוסף מאסרי שליט"א - ר"מ בישיבה.
הר"ר ברוך שווארטץ שליט"א - ר"מ בישיבה.
הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א.
אחרון: הב' אברהם אהרן ב"ר מאיר צבי שטעסל הי"ו - ק"י.
מפטיר: הר"ר יעקב פאגעל שליט"א - קרית טאהש.
הגבה: הב' יושע ב"ר ליפא ניישטאדט הי"ו - ק"י.
גלילה: הב' יושע ב"ר יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו - ב"פ.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו מרן בעל ישמח משה זי"ע וועלכע געפאלט דעם מאנטאג כ"ח תמוז.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יוסף מאסרי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:10,
מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה און אידישע ניגונים,
דער רבי האט טועם געווען קוגל און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויכתוב משה את מסעיהם למוצאיהם על פי ה' און עס אויסגעטייטשט בדרך אגדה אז בזכות פון אמונה וועט מען אויסגעלייזט ווערן פון גלות.
ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:50.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו.
כהן: הב' יחיאל שלמה ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו - ק"י.
לוי: הב' יחזקאל שרגא ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
שלישי: ר' שלום פנחס באנדא הי"ו - קרית טאהש.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
גלילה: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש,
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו - ק"י.
שיר המעלות: הרה"ח ר' וואלף שניצער הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים, כלנו בני איש אחד נחנו, נחנו פשענו ומרינו' און נאכגעזאגט אז מיט יעדע מצוה ווערט געבויעט די ביהמ"ק של מעלה און מיט יעדע עבירה מאכט מען עס חרוב, און געזאגט אז היינטיגע צייטן פארלאנגט מען שוין נישט אז אונז זאל מיר בויען די ביהמ"ק נאר כאטש אז מען זאל נישט חרוב מאכן דאס וואס עס איז שוין געבויעט, און ארויסגעברענגט אז דורך מצוות צדקה איז מען מעורר מידת הרחמים און דאס ברענגט אז הקב"ה איז בונה 'ברחמיו' ירושלים,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען אז אין די ימי בין המצרים איז די צייט צו מאכן א חשבון הנפש און זען צו מען העלפט בויען די ביהמ"ק אדער ח"ו מען מאכט עס חרוב, און מעורר געווען נזהר צו זיין במידת צדקה וחסד און דורכדעם וועט מען זוכה זיין צו 'בונה ברחמיו ירושלים' און והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
ידיד נפש: הר"ר אהרן יוסף בערגער שליט"א - ק"י.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה האפמאן הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו מרן בעל ישמח משה זי"ע וועלכע געפאלט דעם מאנטאג כ"ח תמוז.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און הב' מענדל וואלף ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו - ק"י, האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
ארום 12:15 איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית סיגוט און זידיטשוב, צווישן אנדערע האט האדמו"ר מזידיטשוב שליט"א איבערגעגעבן א גריס פון קהלתינו הק' אין ירושלים נאך א באזוך פארגאנגענע וואך אין ירושלים עיה"ק, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום מלוה מלכה לרגל די יארצייט פון זקינו מרן בעל ישמח משה זי"ע וואס געפאלט דעם מאנטאג כ"ח תמוז,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און פארטיילט שיריים פאר די נכדי בעל הילולא זי"ע,
דערנאך האט מען געזינגען זמירות פון מלוה מלכה און ממשיך געווען מיט אידישע ניגונים,
דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.
א גוטע וואך.
~🌴~