זונטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: הב' אברהם שאול ב"ר דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען זענען די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען, און דער רבי האט אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער סיפורים פון הרה"ק ר' יושע מ'טאמשאב זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:05.
בעל תפילה: הבה"ח בנימין זידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:45.
בעל תפילה: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א.
א גוטע נאכט.
~🌴~