שבת קודש פרשת פנחס בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת פנחס בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל, און סניף עצי חיים - שיעור ג'.
ערב שבת נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה, הב' שלמה יצחק ב"ר יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי, הב' משה ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי,ו - ק"י, הב' יושע בהר"ר יואל בערגער שליט"א - ק"י, הב' שמעון בהר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א - ק"י.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: נכד רבינו הרב יואל מייזליש שליט"א, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ חדב"ן רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד עטרת חכמים.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א - מנהל ישיבה סניף עצי חיים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם האיש ישראל זמרי בן סלוא' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש צו עס איז דא א מודעא.
קה אכסוף: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א - ר"מ בישיבה.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' יושע מ'טאמשאב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"ט תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פאר נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יואל מייזליש שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב יואל מייזליש שליט"א און פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
אז ביום השביעי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
~וביום השבת~
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - לאנדאן.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א.
לוי: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א.
שלישי: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
רביעי: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א.
חמישי: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו - ק"י.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו - מאנטריאל, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הב' החתן עמרם יואל ב"ר יצחק יודא שאלאמאן הי"ו - ב"פ.
הוספות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
הרה"ח ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו - ק"י, דער רבי האט געמאכט א מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט.
הרב יואל מייזליש שליט"א.
הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו.
הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו - וומ"ס.
הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו - וומ"ס.
הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
ר' שמעון יואל ראזענבערג הי"ו - ק"י.
הבה"ח יצחק ב"ר יואל ווייס הי"ו - וומ"ס.
ר' בערל באב"ד הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' משה יודא ברד"ש גאלדבערגער הי"ו.
הרה"ח ר' משה בראך הי"ו - ק"י.
הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
אחרון: הב' אברהם יוסף ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו - ק"י.
מפטיר: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א.
הגבה: הב' יוסף אברהם ב"ר משה סעגעדין הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הב' שמשון ב"ר מאיר פייערשטיין הי"ו - ק"י.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית ע"ה וועלכע געפאלט דעם מיטוואך כ"ג תמוז.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרב מנחם שטויבער שליט"א - ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:50,
דער רבי האט טועם געווען קוגל און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו - ק"י.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרש'נט את.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א - ר"מ בישיבה.
כהן: הבה"ח משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
לוי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו - ק"י.
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש,
פאר די פיש האט דער רבי טועם געווען מאכלי חלב און געטרינקען א קאווע כנהוג פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע צו עסן מילכיגס ביי שלו"ס איינמאל אין יאר.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ס'איז דא צוויי וועגן אז ס'זאל ניצן תשובה אן קיין יסורים אדער ח"ו מיתה אפילו ביי הארבע עבירות, דאס איז אדער ווען עס איז דא תשובה מיט תפילה צוזאמען, אדער תשובה מיט לימוד התורה צוזאמען,
אבער דאס איז געבינדן צוזאמען ווייל ווען מען זינדיגט פארלירט מען דעם צלם אלוקים און די תפילות ווערן נישט נתקבל, אבער מיט לימוד התורה באקומט מען צוריק די צלם אלוקים און דאס ברענגט אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן אזוי איז דא תשובה מיט תפילה צוזאמען און ס'פעלט נישט אויס קיין יסורים,
און דער רבי האט מעורר געווען צו לימוד התורה זאגענדיג אז ווען א מענטש מאכט זיך א חשבון הנפש און זעט וואס פארא עבירות מען האט עובר געווען און מען וויל תשובה טוהן איז כדי מען זאל נישט דארפן ח"ו צוקומען צו קיין יסורים דארף מען האבן תשובה מיט תפילה צוזאמען און דאס קען מען נאר אויב מען איז עוסק בתורה און מען האט א צלם אלוקים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו - ב''פ.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית ע"ה וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ג תמוז.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און הב' מנשה בהר"ר חיים ארי' כהנא שליט"א - וומ"ס, און הב' מאיר ב"ר יחזקאל מקובעצקי הי"ו - לאנדאן, האבן איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן פאר די תלמידי המתיבתא "א דרך צלחה פארטס אהיים געזונטערהייט און א גוטע וואך".
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
א גוטע וואך.
~🌴~