מאנטאג חקת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג חקת בלק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם חיים שימענאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמואל זאנוויל פרענקל הי"ו - מאנטריאל.
ב"ר מענדל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ט"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו פון ב"פ האט אפגעקויפט א זכות פון א בור הטבילה אין די מקוה טהרה החדש אין ק"י,
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן.
דערנאך איז דער רבי אריבער אינאיינעם מיטן נדבן צו די מקוה טהרה ווי עס איז פארגעקומען די יציקת הבורות פאר די פרישע בורות,
דער רבי איז א לענגערע צייט ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין אינאיינעם מיט הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א און די רבני וועד המקואות און די נדבנים און אנגעוויזן פארשידענע חומרות וואס זענען איינגעשטעלט געווארן און ווי אויך איז דער רבי ארויף אויפן דאך פונעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף די מי גשמים,
דערנאך האט דער רבי געגאסן די בורות און מכבד געווען דער דיין שליט"א און די חשוב'ע רבנים און די נדבני הבורות הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו און הרבני הנגיד ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו צו גיסן די בורות,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני מקואות און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די נדבנים.
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין לעיקוואד ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די חופה פון א אייניקל פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו פון מאנטריאל, וואס האט מנדב געוועהן א פאנטאסטישע סומע פארן אויפבוי פונעם נייעם מקוה טהרה אין ק"י,
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו - מנכבדי קהלתינו,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום חופה ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין,
נאכן חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' חיים הערש הי"ו און פאר די חתן און מחותנים,
דערנאך איז דער רבי אריבער צו בית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט אנ"ש,
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיט הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א - דומ"ץ דקהלתינו, און זיך נאכגעפרעגט אויף די וואוקס פונעם שטאט און איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק',
בעל תפלה: ר' מרדכי ב"ר נחמי' מארקאוויטש הי"ו,
נאך מנחה איז דער ציבור אריבער נעמען שלום,
דערנאך איז דער רבי ארום געגאנגען איבער די גאנצע ביהמ"ד און מקוה וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בורות הטבילה אין באגלייטונג פון הרה"ג הדומ"ץ שליט''א, וועלכע האט ארום געוויזן די הרחבת גבולי הקדושה און געצייגט די ווייטערדיגע פלענער,
דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר הרה''ח ר' ישראל וועלץ הי"ו - ראה"ק, און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די ראשי ונכבדי קהלתינו,
ארום 9:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים אין ק"י.
זמני כניסה איז געווען פון 10:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~