זונטאג חקת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג חקת בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק לעווי הי"ו.
ב"ר שלמה נתן נטע מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ברי"צ ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר יואל ניישטאדט הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
ב"ר יואל דאנא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ט"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביים חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק', וואס איז פארגעקומען בבנין הבית רחל החדש 'בנין ניישטאדט' אויף טשערי לעין,
דער רבי איז אנגעקומען צום מעמד ארום 2:00 אזייגער,
עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א,
דערנאך האבן די קינדער געזינגען שיינע חרוזים לכבוד המאורע, און דער רבי האט פארטיילט א מתנה א ספר תהילים פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן.
נאך די לחיים האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברות קודש לכבוד די חתני החומש, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די קינדער, און פאר די עלטערן, און די חשובע זיידעס.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב און פארטיילט מטבעות פאר תלמידי המוסדות וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט.
דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו ובנו הרה"ח ר' משה ארי' הי"ו האבן געקויפט א כתה בבנין הת"ת החדש פון מוסדותינו הק' אין מאנסי,
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די נדבנים און זייער משפחה און פאר די הנהלת המוסדות.
מען האט געענדיגט ארום 2:45.
פון דארט איז דער רבי געפארן קיין מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי אין מאנטיסעלא ווי עס איז פארגעקומען א מעמד 'קביעות מזוזה וחנוכת הבית' פארן נייעם בנין הת"ת מיט אירע צוועלף פרישע קלאסן,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:45, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די הנהלת המחנה,
דער רבי איז ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויפן קעמפ, און הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו - מנהל המחנה האט געצייגט פארן רבי'ן די פארשריט און הרחבת גבולי הקדושה פונעם קעמפ,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די כתות און האט קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די כתות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים און פאר די הנהלת המחנה,
דערנאך האט הרה"ח ר' מאיר מרדכי הי"ו אויפגערופן די חשוב'ע נדבנים זאלן פערזענליך קומען אונטערשרייבן די שטרות אויף די זכותים וואס זיי האבן געקויפט,
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און ווארעם אנגעוואונטשן פערזענליך פאר די נדבנים.
פון דארט איז דער רבי געפארן קיין מחנה בית רחל אין סאוט פאלסבורג ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'חנוכת הבית וקביעות מזוזה' פארן נייעם ריזן דארמיטארי בנין וועלכע האט פלאץ פאר אריבער פיר הונדערט מיידלעך,
דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין פאר א לענגערע צייט אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - חבר הנהלת המחנה, און דער רבי האט פארציילט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ביי די באזוכן אין קעמפ,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע מזוזה געווען מיט א ברכה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי אריבער אינעם ביהמ"ד פונעם מחנה ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבני המחנה, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל בית רחל,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אז אין די זומער וואכן זאל מען נישט נאכלאזן פון אידישקייט גארנישט, און ארומגערעדט בשבח פון די הנהלת המחנה וואס לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צוצושטעלן אלעס פאר די מיידלעך בגשמיות וברוחניות, און ארויסגעברענגט די שמחה פון באנייען א נייעם בנין זאגענדיג אז עס איז שוין די דריטע שמחה היינט נאך וואס עס איז געווען א חומש סעודה אין מאנסי פאר די קליינע קינדער, א חנוכת הבית פאר די גרויסע קינדער אין די אינגל קעמפ, און יעצט א חנוכת הבית פאר א בנין פאר די מיידלעך, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די שטארקע כוחות וואס רביה"ק זי"ע האט אריינגעלייגט אין חינוך הבנות, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת המחנה, פאר די נדיבי הבנין, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד ישמח משה,
מען האט געענדיגט ארום 5:45.
דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צו די נייע פראכטפולע איי שאפ לאקאל אין סאוט פאלסבורג, אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו ושותפו הרה"ח ר' יוסף אלי' אפענהיים הי"ו,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און דערנאך געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי דער רבי האט פארציילט פארשידענע מעשיות פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די בעלי בתים.
ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן היו און הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו אויף ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון פילמאר גארדנס ווי עס איז פארגעקומען די סיום הש"ס דורך חבורת עזר התורה דקהלתינו הק',
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א - מנהל קביעות עתים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די מסיימי החבורה און פאר אלע נייע מתחילים וועלכע הייבן אן לערנען אין די חבורה.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק דוד שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~