זונטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלטר ברוך ברש"מ לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר הערש לייב לאנדא הי"ו.
ב"ר יואל היימאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל פישער הי"ו און הרה"ח ר' פסח חיים קרעמער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א פון ארה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן אויף במדבר דרושים ואגדה,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~