שבת קודש פרשת שלח - מבה"ח תמוז
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שלח - מבה"ח תמוז=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן ליפא ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו, החתן שלמה דוד ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם מאיר דירנפעלד הי"ו - בית שמש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק שלח לך אנשים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון התופס לבעל חוב במקום שחב לאחרים.
קה אכסוף: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' יושע העשיל זצ"ל בן הרה"ק הברוך טעם זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג ד' תמוז.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם מאיר דירנפעלד הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר יואל קעללנער שליט"א - מאנטשעסטער.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:40.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אהרן יוסף שווארטץ הי"ו.
לוי: החתן אברהם אלי' ב"ר יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
שלישי: החתן יצחק ב"ר מיכאל משה ברילל הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן שלמה דוד ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן צבי אביגדור ב"ר יואל פעקעטע הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' הערשל האללענדער הי"ו.
ר' מאיר הערש לעווי הי"ו.
שביעי: החתן ליפא ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן עזריאל ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו - באווארפען.
החתן ב"ר יואל בר"נ גרינפעלד הי"ו.
אחרון: הרה"ח הישיש ר' שלום פעקעטע הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אייזיק הערש בר"י שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
~
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ג' משנה ג' רבי שמעון אומר שלשה שאכלו על שלחן אחד ולא אמרו עליו דברי תורה כאלו אכלו מזבחי מתים וכו' אבל שלשה שאכלו על שלחן אחד ואמרו עליו דברי תורה כאלו אכלו משלחנו של מקום,
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש ואגדה ומוסר,
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען אויף ענינים שצריכים תיקון צווישן אנדערע איבער די פירצה פון א מענער פאטאגראפירער ביי די כלה וואס דאס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה און מעורר געווען די עלטערן צו שטיין על המשמר עס זאל נישט פאסירן,
דער רבי האט מסיים געווען בדברי ברכה לקראת די ימי הקיץ הבעל"ט און מעורר געווען נישט נאכצולאזן קיין כל שהוא ווען מען פארט אוועק סיי די הכשרים און סיי בלימוד התורה,
מען האט געענדיגט ארום 8:45 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
כהן: הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אפרים פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' און ארומגערעדט אז עס איז דא ד' חילוקי כפרה און ס'דא עבירות וואס מ'דארף צוקומען צו יסורים אדער ח"ו מיתה ס'זאל מכפר זיין, זאגט אבער הרה"ק מבעלזא זי"ע אז אויב ס'איז דא תשובה מיט תפילה צוזאמען פעלט נישט אויס קיין יסורים וכו' אבער כדי די תפילות זאלן נתקבל ווערן זאגט דער ייטב לב אז ס'דארף זיין אפן סיי די פתח הפה און סיי די פתח הלב און לכאורה היינט צוטאגס איז דאך דא א שטארקע סתימת הלב ביי יעדעם איינעם קומט אויס אז מ'דארף ח"ו יא צוקומען צו יסורים? האט דער רבי געזאגט אז דורך לימוד התורה ווערט אפן די סתימת הלב 'הוא יפתח ליבנו בתורתו' און דאס ברענגט מ'זאל קענען מתפלל זיין כדבעי במילא אז ס'איז דא תשובה מיט תפילה צוזאמען דארף מען נישט צוקומען צו קיין יסורים,
און דער רבי האט מעורר געווען זיך צו מחזק זיין מיט לימוד התורה און בפרט עוסק צו זיין בתורה אינדערפרי פארן דאווענען אזוי אז ס'זאל זיך עפענען די סתימת הלב און מ'זאל קענען מתפלל זיין כדבעי.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלום פעקעטע הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים עזריאל יאזשעף הי"ו - ב"ב.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.
ארום 12:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו לרגל נשואי בנו החתן רפאל ני"ו,
דערביי איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' משה יוסף הי"ו האט אפגעקויפט א זכות פון א שער אינעם נייעם שטאק פונעם בנין מבצר הכוללים אין ק"י, און אויך מנדב געווען א גרויסן סכום פאר די מקוה טהרה החדש וואס ווערט געבויעט אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די דירות מאנגל אין ק"י און בפרט איבער די טייערע פרייזן וואס א דירה קאסט היינט, און דער רבי האט אויסגעשמועסט פארשידענע פלענער וואס ליגן יעצט אויפן טיש ווי מען האפט בקרוב צו קענען בויען דירות פאר א גאר ביליגן פרייז פון אינטער צוויי הונדערט דאלער א סקווער פיס! און ארויסגעברענגט לשבח פון הרה"ח ר' משה יוסף הי"ו וואס טוט אסאך אז די פלענער זאלן זיך בעזר השם אויסארבעטן מכח אל הפועל ,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און הרה"ח ר' משה יוסף הי"ו האט איבערגעגעבן די טשעקס אויפן פלאץ סיי פארן כולל און סיי פאר די מקוה טהרה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח אז ער גיבט די טשעק אויפן פלאץ און ווארט נישט מזאל אים נאכלויפן פאר די געלט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה יוסף הי"ו, פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
~🌴~