פרייטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הר"ר יואל פארקאש שליט"א בשכונת בלומינגראוו ק"י.
ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה פארן דאווענען מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם שמעון ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע תלמידי הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג אז צו קענען שפירן א טעם אין תורה קען מען נאר דורך אסאך תפילות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
לפני מלכים ושרים יתייצב, למען חינוך בנינו!
ארום 1:30 איז פארגעקומען א פערזענליכע אסיפה בביתו נאוה קודש מיט א דעלעגאציע פון גאר הויכע פאליטיקאנטן פון וואשינגטאן, וואו דער רבי שליט"א האט פארגעשטעלט פאר די פאליטיקאנטן אונזער ווייטערדיגע מערכה איבערן גזירת החינוך.
דער ערוויילטער קאנגרעסמאן פון די 18'טע קאנגרעס דיסטריקט פעט רייען, וואס האט געווינען זיין פארמעסט נאר אדאנק קרית יואל, האט פערזענליך אריבערגעברענגט צום רבי'ן דעם הויפט פירער פון די דעמאקראטישע פארטיי אינעם קאנגרעס, דער 'מינארעטי לידער' האקים דזשעפריס, דער מערסט מאכטפולער דעמאקראט אין וואשינגטאן'ס געזעצהויז, און האט אויך א שטארקע איינפלוס אויפן עקזעקיוטיוו ברענטש אונטערן פרעזידענט יר"ה.
דער רבי איז געזיצן מיט די צוויי קאנגרעסלייט א לענגערע צייט, ווי מען האט בעיקר דן געווען איבער אונזער חינוך, דער רבי האט זיי פארגעשטעלט די מצב וואו מיר האלטן אצינד מיט די גזירות החינוך סיי מצד די געריכט און סיי מצד אלבאני, און קלארגעשטעלט אונזער אנטשלאסנקייט ווייטער פארצוזעצן דעם מסורה'דיגן חינוך וואס גייט שוין צוריק טויזענטער יארן זייט קבלת התורה ביים מעמד הר סיני אנע שום שינוי, און ארויסגעברענגט וואו מיר ווילן האבן די הילף פון די פעדעראלע דעמאקראטישע פארטיי, אז זיי זאלן שטיין צו די האנט פון די ניו יארק סטעיט דעמאקראטישע פארטיי-פירער וועלכע פירן די סטעיט'ס געזעצהייזער אין אלבאני, צו האפנטליך פארזיכערן אז סיי וועלכע "גיידליינס" און גזירות זאלן נישט קענען אפעקטירן און שעדיגן ח"ו די חרדי'שע מוסדות מיט קיין שום זאך.
דער לידער האקים דזשעפריס האט אויסגעדרוקט אן אויסטערלישע הנאה נאך זיין באזוך אין די גאסן פון די שטאט און אינעם 'אשת חיל' קימפעטארין היים, זאגנדיג אז ער זעט די שיינקייט פון די שטאט און שעצט אונזער הערליכער מהלך החיים, און ער וועט טון וואס ער קען נאכצוקומען אלע בקשות פון רבי'ן שליט"א, זיך באדאנקענדיג דערביי אויף קרית יואל'ס שטארקע בלאק וואוט וואס האט אריינגעברענגט זיין פארטיי'ס קאנגרעסמאן פעט רייען אין אונזער דיסטריקט, אדאנק די אינדארסירונג פון קרית יואל אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א.
ותטה לב המלכות עלינו לטובה.
א גוט שבת.
~🌴~