דאנערשטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יוסף הערש באנעט שליט"א.
ב"ר שמואל עקשטיין הי"ו.
ב"ר אלכסנדר ישראל מיללער הי"ו.
ב"ר מאיר גראס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה ישיבה תורת מנחם פון לעיקוואד,
דער רבי האט ארומגערעדט בשיעורי הישיבה און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת קדשו.
אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען טעלעפאניש הרה"ח הישיש ר' נחמן יאקאב הי"ו ובניו וחתנו הרה"ח ר' חיים מאיר פריעדמאן הי"ו פון ירושלים היושבים ע"פ בתו/אשתו ע"ה.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"ל ליכטמאן הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מייזעלס הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~