דאנערשטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בהעלותך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע גוטמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי הערש לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
ב"ר יואל יצחק ווידער הי"ו.
ב"ר אברהם שלמה זלמן בערנאטה הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן לחיים איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל יצחק ווידער הי"ו - אביו של הבר מצוה בחור, האט געקויפט א כתה בבנין הבית רחל החדש אין מוסדותינו הק' אין מאנסי,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' אברהם מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל און הר"ר ישראל העניך שעהר שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל געשטעטנער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר מרדכי וועבערמאן שליט"א - מאנטריאל, און הרה"ח ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ווי עס איז פארגעקומען א סיום אויף ד' חלקי שו"ע,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבער די פעולות פונעם דיין לטובת מפעל 'כי אם לשמוע' צו פארשפרייטן די לימוד ספה"ק ויואל משה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א און די גאנצע משפחה.
ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:30 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ ר' שמואל שמעלקא כהנא שליט"א - אב"ד פשעצלאוו אנטווערפען,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און אב"ד פשעצלאוו שליט"א האט געגעבן פארן רבי'ן ספרו 'אותיות שמואל' אויף סופרות, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יצחק יקותיאל ביקעל שליט"א און הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א - מו"ץ, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די זיידע הגה"צ אב"ד סענדזשארדזש שליט"א, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~