מיטוואך בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ליפא ניימאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארמיטאג זענען אריין בקודש פנימה די רבני הכולל 'דברי אש' פון ב"פ ווי זיי האבן זיך פארהערט הלכות מקואות פאר א לענגערע צייט, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני מקואות מיט די היינטיגע הידורים, און דערביי האט דער רבי געלאדענט די רבני הכולל מיטצוקומען פערזענליך צו די מקוה טהרה ווי דער רבי איז פאר איבער שעה צייט ארומגעגאנגען און אנגעוויזן די פילע חומרות והידורים און קלאר געשטעלט אלע שאלות פון די רבני הכולל,
דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר די רבני הכולל אז זיי זאלן מצליח זיין ווייטער צו מסיים זיין נאך מקצועות התורה און אזוי אויך גאר ווארעם אנגעווינטשען פארן פטרון הכולל הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו וואס איז מנדב דעם ריזן סכום פון א מיליאן דאלער פארן נייעם בנין פונעם מקוה טהרה מיט ברכות לרוב,
דערביי האט הרה"ח ר' אלעזר ווייס הי"ו - פאטער פונעם פטרון הכולל - מקורב בבית האדמו"ר מ'בעלזא שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א בשליחות פון האדמו"ר מבעלזא די נייע ספר 'פרשת מרדכי' פון אביו הרה"ק מ'בולגרייא זצ"ל.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מאיר לייב עסטרייכער הי"ו ומשפחת ווערטהיימער הנכבדה היושבים ע"פ אשתו/אחותם ע"ה.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה אליעזר זאלדאן הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר זוסיא וויינבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם משה טויב הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 7:45 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד הלכה ברורה צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז''ל - רב הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פארן זיידן הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן פרידריך הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג שלח אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף חברון,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן.
ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
אויך איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו ובניו לע"נ בנו/אחיהם הב' אלטר רזיאל יודא ע"ה,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~