מאנטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בהעלותך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל נפתלי הירצקא גאלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמד מהרש"א אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה - מאנסי.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מ'ראצפערט זי"ע, ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, ולרגל די שמחת הנחת תפילין פאר נכד הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פארן דיין שליט"א, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו און הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה יודא שטרויס הי"ו און ר' ליפא ניישטאדט הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם יוסף רובינשטיין הי"ו און ר' הערשל יאקאבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מ'ראצפערט זי"ע.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' לייבוש ליכטענשטיין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן מאנטאג שלח אין ביהמ"ד אהל פיגא,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' דוד יודא קאהן הי"ו און ר' ישראל מאיר קאהן הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~