זונטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בהעלותך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו.
בר יואל דוד דרעזדנער הי"ו.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א בן הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
סנדק מעומד: הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א.
ברכות: הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל: אלעזר, נאכן זיידן הגה"צ מקיוויאשד זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה די אבי הבן הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א, די זיידעס הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א, און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און די עלטער זיידע הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי זיך נאכגעפרעגט און אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אין די שכונה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם עזריאל גוטמאן הי"ו און ר' יואל רובין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו און ר' דוד יודא פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 10:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אבני צדק צום שמחת התנאים פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עב"ג החתן אלחנן חיים בן הרה"צ רבי הערשל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב דקהלתינו הק' וומ"ס, בן הגה"צ רב דקהלתינו מאנטריאל שליט"א וחתן הרה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וקרית ויואל משה דסאטמאר,
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, און די זיידע הגה"צ רב דקהלתינו מאנטריאל שליט"א,
מען האט געמאכט קבלת קנין, און דער רבי האט מכבד געווען הגה"צ מאנטריאל'ע רב שליט"א מיט קריאת התנאים,
עדי תנאים: הרה"ח ר' שלמה דוד גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, ערב קבלן מצד הכלה: הר"ר מרדכי רייך שליט"א,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן אויפשטעלן א אידישע שטוב איז מען מהפך פון וי צו טוב, און ארומגערעדט איבער די חשיבות פונעם שידוך ווי די חתן כלה זענען ביידע אייניקלעך פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, די מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די חתן, מחותנים, און די זיידעס,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר די שוועסטער הרבנית מ'מאנטריאל תליט"א, מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מ'ראצפערט זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~