שבת קודש פרשת פנחס בצל הקודש אין בעטעלהעם ניו העמפשיר.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת פנחס בצל הקודש אין בעטעלהעם ניו העמפשיר.
דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל.
ערב שבת קודש ארום 6:50 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה. נאכן מקוה האט דער רבי געצינדן פינף לעכט ביים עמוד אין ביהמ"ד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה וועלכע איז אויסגעפאלן דעם שבת.
ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה, און קבלת שבת ומעריב.
מזמור לדוד האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
דערנאך איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת, און שלום נעמען.
ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה, ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען פילצאליגע געסט זקנים ונערים.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' אשר אנטשיל בן הגה"צ ר' העניך אשכנזי - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג לוי יצחק בארזעסקי שליט"א מנה"ר בישיבה גדולה - סניף ויואל משה.
מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ושם איש ישראל המוכה וכו' נשיא בית אב לשמעוני.
דער רבי האט זיך געשטעלט פארוואס יעקב האט נישט געוואלט מען זאל דערמאנען זיין נאמען ביי די מעשה פון זמרי.
קה אכסוף: הר"ר יוסף דוד לעווי
ברכת המזון: הרה"ג יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו דער הייליגער ישמח משה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג, כ"ח תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר אברהם יצחק כאירה.
מען האט אויפגעגעבן פירות, דערנאך איז פארגעקומען דער שלום זכר פאר נכד ר' דוד יודא קאהן.
אז ביום השביעי: הר"ר אברהם יעקב יאקאב. מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:00
~~~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:45
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אלע תפילות, לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה.
דער רבי האט פארגעזאגט הלל הגדול, שירה, און הכל יודוך פסוק בפסוק כנהוג.
ביים לייענען איז נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ר' יצחק עהרנפעלד.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א.
עס האבן עולה געווען: כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי.
לוי: הר"ר יוסף דוד לעווי.
שלישי: הרה"ג יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א.
רביעי: אברהם אהרן ב"ר מאיר משה שטעסל.
חמישי: ר' אהרן שווארץ.
דער רבי'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח מאיר ווערטהיימער, דער רבי האט זיך באדאנקט, און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הב' גדלי' ב"ר זלמן לייב ניישטאדט.
הוספות:
ר' אליעזר ניסן פאגעל.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א מי שברך - קריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט.
ר' מאיר ווערטהיימער.
ר' שמשון שרגא פאגעל.
ר' ישראל יוסף גראד.
ר' יצחק טייטלבוים.
ר' מרדכי שבתי שימאן.
ר' וואלף פארקאש.
ר' יצחק עהרנפעלד.
ר' אברהם יעקב יאקאב.
ר' אברהם יצחק כאירה.
ר' מיכאל ברילל.
ר' אברהם יושע גפן.
אחרון: ר' אברהם יושע ווערצבערגער.
מפטיר: ר' לוי אפפעל.
מען האט געזאגט די הפטרות פון מטות און מסעי.
הגבה: חיים יעקב לעבאוויטש.
גלילה: הב' בן ציון ב"ר משה כ"ץ.
דערנאך האט דער רבי ר"ח געבענטשט מיט גרויס התעוררות.
צו מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען.
פתיחה ביי אנעים זמירות: ר' נחמן העללער.
נאכן דאווענען האט דער רבי קידוש געמאכט אין ביהמ"ד.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל הולדת הבת אצל נכדו הרה"צ חיים צבי טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד ראצפערט ב.פ., בהגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:45
ביים בייטאג טיש איז דער רבי אריבער געקומען צו די זמירות ארום 2:45
דער רבי האט טועם געווען קוגל, און געטרינקען לחיים.
דער רבי האט מכבד געווען ר' יצחק עהרנפעלד מיט ברוך ה' יום יום.
ברוך קל עליון: ר' יצחק טייטלבוים.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן וכו'.
דער רבי האט זיך געשטעלט פארוואס האט אויסגעפעלט אים מייחס צו זיין נאך אהרן.
ברכת המזון: ר' ישראל לאנדא.
דער רבי איז אריינגעקומען צו מנחה ארום 9:00
און איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך קדיש האט דער רבי געמאכט אן עטיפה אויפן טלית מיט א ברכה.
ביים ליינען איז מכובד געווארן מיט הוצאה והכנסה ר' אהרן שווארץ.
כהן: ר' מאיר מענדל ווייס
לוי: הב' יעקב ב"ר לוי אפפעל.
שלישי: ר' חיים יעקב לעבאוויטש.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הב' שמואל ב"ר מאיר מענדל ווייס.
נאך מנחה איז דער רבי אריינגעקומען צו סעודה שלישית אינעם היכל הביהמ"ד.
פאר די פיש האט דער רבי טועם געווען מאכלי חלב און געטרינקען א קאווע כנהוג פונעם הייליגן דברי חיים.
מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען ר' מאיר ווערטהיימער.
שיר המעלות: ר' זושא ניישטאדט.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אויפן פסוק וירא פנחס בן אלעזר וכו'.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די גמ' ראה מעשה ונזכר הלכה וכו' לא כך לימדתני ברדתך מהר סיני.
ידיד נפש: הר"ר וואלף אהרן טעללער.
קל מסתתר: ר' מרדכי שבתי שימאן.
דער רבי האט געבענטש על הכוס.
דער רבי האט געדאוונט מעריב מוצ"ש פארן עמוד לרגל יודהל"ק פון זקינו בעל ישמח משה זי"ע וואס געפאלט דעם דאנערשטאג.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
ארום 12:45 איז דער רבי אריין געקומען צום סעודת מלוה מלכה לרגל יומדהל"ק פון זקינו בעל ישמח משה זי"ע.
הב' ישראל בן הגה"צ ר' דוד דוב דשונסקיא - חדב"ן האט געמאכט א סיום מסכת.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, און דערנאך האט מען געזינגען די זמירות למוצאי שבת.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו בעל ישמח משה זי"ע.
דערנאך האט דער רבי געווינטשן פאר די תלמידי מתיבתא "א דרך צלחה פארטס אהיים געזונטערהייט און א גוטע וואך"
~🌴~