זונטאג מטות-מסעי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג מטות-מסעי
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50
עס איז אנגעזען געווארן הרה"ג יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה וועלכע האט מיטגעדאוונט מיטן רבין'ס מנין.
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אויף זיין פלאץ.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור
ב"ר ישראל יעקב בראך.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד קביעות מזוזה אויף די ניי צוגעבויטע חדר התפלה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
ביים לחיים האט דער רבי געוואונטשן פארן בר מצוה בחור, און דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער חסידות, און איבער טבילה במקוה.
א גוטן טאג
~🌴~