זונטאג נשא ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נשא ב'=
~אסרו חג שבועות~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים צבי הירש הי"ו.
ב"ר ישראל מאיר רובין הי"ו.
ב"ר יוסף בנימין ווידער הי"ו.
ב"ר יואל אשר אנטשיל הורוויץ הי"ו.
בהר"ר יואל וויינבערגער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו וומ"ס.
ב"ר שרגא פייש הערצאג הי"ו.
ב"ר שלמה יודא פריעדמאן הי"ו.
ב"ר אהרן דוב געטטער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אפרים פישל פארקאש הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר דוד ליכטענשטיין שליט"א און ר' משה יקותיאל שווארץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 7:45 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת החדש 'בנין קליין' צום מעמד חנוכת הבית געאייגענט פאר די בני המשפחה פונעם חשוב'ן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און די אנדערע נדיבים בעם וועלכע האבן אפגעקויפט גרעסערע זכותים אינעם בנין, פארגעקומען אויף א פראכטפולן פארנעם אין די 'גינת קליין' זאלן אינעם בנין,
עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה ר' יחזקאל שרגא געלבשטיין הי"ו חתן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו"ר נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' וואס דער נדבן האט מיטן בויען דעם בנין, און אויפגערופן דעם נדבן ארויף צו קומען איבערגעבן זיינע הרגשים.
דער נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי התרגשות לכבוד המעמד און דערביי געמאכט א ברכת שהחינו בשם ומלכות לרגל די חנוכת הבנין,
דערנאך האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן אנכאפענדיג דעם חשוב'ן נדבן און געטאנצן פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן 'דבר המוסדות' הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - חבר הנהלת המוסדות,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארויס געברענגט די זכי' וואס דער נדבן האט, ועוד ידו נטויה נאך וואס הרבני הנגיד רבי עקיבא הערש הי"ו האט שוין אויך אפגעקויפט די זכות פארן שם הבנין פונעם נייעם בנין הבית רחל פארן פארטאסטישן סכום פון צען מיליאן דאלער!
און דער רבי האט געזאגט אז מצוה גוררת מצוה, דער נדבן האט אנדערש ווי אנדערע דעוועלאפערס נישט צוגעבעטן קיין פרוטה פאר די דירות וואס ער האט פארקויפט, און אין זכות פון דעם מצוה שבין אדם לחבירו האט ער זוכה געווען מנדב צו זיין די צוויי בנינים פאר חינוך הבנים והבנות,
דערביי האט דער רבי אויפגעפאדערט אלע אנדערע דעוועלאפערס זיך אפצולערנען פון אים, ממנו ילמדו וכן יעשו, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו ובני משפחתו,
דערנאך זענען אריבער די גרעסערע נדבני הבנין, דער רבי האט יעדעם פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן און פארטיילט שיריים.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 9:30.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב חיים יעקב רוקח שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און די גאנצע משפחה,
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות.
אי"ה מארגן מאנטאג וועט רבינו שליט"א דאווענען תפילת שחרית אין ביהמ"ד ישמח משה און נאכן דאווענען וועט פארקומען די שמחת הברית מילה און די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד.
א גוטע נאכט.
~🌴~