יו"ט שבועות תשפ"ג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית מלך רב קרית יואל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יו"ט שבועות תשפ"ג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית מלך רב קרית יואל=
נאך די מקוה זענען אריין בביתו נאוה קודש צענדליגע געסט מעבר לים שלום נעמען פון רבינו שליט"א.
ערב יו"ט האט דער רבי געמאכט א עירוב תבשילין און געצינדן א יזכור לעכט בביתו נאוה קודש.
ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:00 אזייגער.
דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 1:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
במשך די טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני מתיקות ועריבות התורה.
מיטן פיוט פון אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם שלמה כ"ץ שליט"א - מרבני קהלתינו ב"ב.
און מיט די פיוט פון מערבית הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ קהלתינו מאנטריאל.
דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק ומשה עלה אל האלוקים, בשעת מתן תורה האבן אידן זוכה געווען צו מתיקות התורה וואס דאס האט אברהם אבינו אויסגע'פועל'ט אויפן הר המוריה, און דערפאר איז דער הר המוריה געקומען צו פארן צו מתן תורה.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 3:40, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי, פארן עלות איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
~
=יום ראשון של שבועות=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:50.
ברכות: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו וומ"ס.
פסוקי דזמרה: הגה"צ דומ"ץ קהלתינו הק' ירושלים שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל,
ביי אהבה רבה האט מען געזינגען די ניגון פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימונוב זי"ע מיט גרויס התעורורות ובבכיות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו וומ"ס און הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דקהלתינו בלומינגראוו.
דער רבי איז ארויף אויפן בימה און פארגעזאגט אקדמות בקול חוצב להבות אש און השתפכות הנפש.
דער רבי איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט גרויס התעורורות.
כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו - ב"פ.
חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יעקב סאלל הי"ו.
ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו.
ר' אברהם אלי' פרידריך הי"ו.
ר' שמעון דוד קאהן הי"ו.
ר' אלטר אינדיג הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו - ירושלים.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם יצחק קאהן הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהלתינו לאנדאן.
הגבה: הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל ברא"ז לעוו הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 3:15, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום 'קרעפל טיש וקריאת התנאים',
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, דערנאך האט דער רבי טועם געווען פון די קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע,
דער רבי האט געליינט די תנאים, און מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די 'קרעפל פשעטל' ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי פלפול ודרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
מען האט געענדיגט ארום 4:00 אזייגער.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק ויחן שם ישראל נגד ההר, מיטן כח פון יעקב אבינו וואס האט משפיע געווען יראה פאר אידן האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.
ברכת המזון: הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
~
=ליל ב' דשבועות=
נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יואל ב"ר דוד ליכטענשטיין הי"ו און פאר החתן חיים ב"ר משה סימאן הי"ו.
פארן דאווענען איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד שבת.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה וראה"כ וומ"ס.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם לייב ליכטמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:00 אזייגער, און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת ויום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער.
מנוחה ושמחה: הר"ר יואל הורוויץ שליט"א - מאנטשעסטער.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויחן שם ישראל נגד ההר, דורכדעם וואס אידן האבן מקבל געווען די תורה שבעל פה וואס איז א דבר שאין לו קצבה האט מען געוויזן אז אידן האבן א דין בנים למקום און דורכדעם האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.
קה אכסוף: הרב חיים בהר"ר אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - ב"פ.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן בעש"ט וואס די יארצייט איז געפאלן יו"ט שבועות.
קה רבון עלם: הרב הלל בהר"ר אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א - מאנסי.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:20.
~
=יום שני של שבועות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד עסק התורה 'נעשה ונשמע' ווי מען האט געלערענט פון 8:30 ביז 10:30 ע"פ קריאת הקודש פון מרן רבינו שליט"א,
נאך די מקוה איז דער רבי אריין אין היכל און זיך אומגעקוקט אויף די לומדים און איז אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי האט געלערנט בחדרו הפרטי אינאיינעם מיט נכדו הב' חיים יחזקאל שרגא ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
ארום 10:15 איז דער רבי ארויסגעקומען פון חדרו הפרטי און ארומגעגאנגען אינעם גאנצן ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויפן ריזן ציבור לומדים מיט א שטארקע קורת רוח, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים פאר א לענגערע צייט.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:55.
ברכות: הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א - וומ"ס.
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ רב דקלתינו מאנסי שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל.
נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ ב'קהלתינו וומ"ס, און הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א - דומ''ץ ביהמ''ד אור ישראל אלימלך ד'קהילותינו וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים ד'קהילותינו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו - וומ"ס.
לוי: הגה"צ רב דקהלתינו מאנסי שליט"א.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו.
חמישי: החתן חיים ב"ר משה סימאן הי"ו - באווארפען.
שישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' הירצקא גראס הי"ו.
שביעי: החתן משה דוד ב"ר מנחם זאב מקובעצקי הי"ו - באווארפען.
אחרון: החתן יואל ב"ר דוד ליכטענשטיין הי"ו - באווארפען.
הגבה: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים הי"ו-ב''פ.
מפטיר: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו - לאנדאן.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו - ב"פ.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרב חיים מייזליש שליט"א, בן הגה"צ רב דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:05.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' עמרם נתן רובינשטיין הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א.
ברוך קל עליון: הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א, חתני הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
אתה נגלית: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה ארויסברענגענדיג אז שבועות איז די זמן וואס מען איז מקריב די נפש פארן אויבערשטער און מען ווערט א ברי' חדשה.
ברכת המזון: הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ושלו"ס און נעילת החג ארום 8:25,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר חיים הערש דאווידאוויטש שליט"א - ירושלים.
כהן: הרה''ג יחזקאל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו - ב"פ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מאנסי.
דער רבי האט זיך געוואשן צו שלו"ס,
נאך די פיש האט הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - משמש דקהלתינו הק' בוומ"ס אנגעגאסן פארן רבי'ן די כוס, און דער רבי האט געווינטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געליינט די כתובה, און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו,
דערנאך האט מען געזינגען די זמירות פון שלו"ס,
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הר"ר חיים הערש דאווידאוויטש שליט"א.
שיר המעלות: הר"ר נפתלי הורוויץ שליט"א - לאנדאן.
ידיד נפש: הר"ר נתן דוד אשכנזי שליט"א - מסטאניסלאוו מאנסי.
קל מסתתר: הר"ר מנשה אייכנשטיין שליט"א - לאנדאן.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה,
נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויחן שם ישראל נגד ההר, פון מתן תורה איז א ראי' אז אידן האבן א דין בנים למקום און דורכדעם ווערט בטל די טענה פון די מלאכים פון תנה הודך על השמים אלץ דינא דבר מיצרא, דער כח איז שוין נשרש געווארן פון די אבות הק' און אין דעם זכות איז דער אויבערשטער משפיע אלעס גוטס פאר אידישע קינדער עד היום הזה, און געוואונטשן ברכות לרוב.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, און דער רבי האט געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף,
דער רבי האט צום ערשט מחדש געווען די לבנה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויף טובים מאורות און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה,
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי משמיע געווען די 'ברכת הקודש' ארויסברענגענדיג אז מען זאל זען איינצוהאלטן די קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו"ט שבועות און זיך נישט לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די ווינטן אין די גאס, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר הקטנים עם הגדולים בכל מילי דמיטב.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
מוצאי יו"ט זענען אריין בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורי אנשי שלומינו פון מאנטריאל זיך געזעגענען,
דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און געוואונטשן ברכות קדשו.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
~🌴~