זונטאג נשא א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נשא א'=
~ר"ח סיון~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה ברוך בענדיט ליכטענשטיין הי"ו.
ב"ר עמרם הכהן קאהן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים בבנין הת"ת החדש 'בנין קליין' געווידמעט פאר די נדבני ובוני הבנין וואס האבן זיך משתתף געווען מיט די סכום פון 1,800 דאלער,
ביים אנקומען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג צום בנין,
דערנאך איז דער רבי ארויף צום מסיבת לחיים וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון 'גני קליין' וואס וועלן דינען פאר די בר מצוה זאלן פון מוסדותינו הק',
ביים מעמד זענען אנוועזענד געווען די נדבני הבנין און אויך די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א וואס זענען פלאצירט אינעם בנין,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו - חבר הנהלת המוסדות,
דערנאך האט דער מנהל הר"ר בנימין בער שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מתנה פון אריבער 2,500 טויזענט שעות רציפות מיט וואס די בחורים האבן זיך צוגעגרייט במשך די לעצטע וואך אלץ הכנה צום חנוכת הבית,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בונה ומקים הבנין הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון מחזיקי התורה און בפרט אז דא רעדט מען נישט פון עשירים נאר פון בעלי בתים און אברכים וואס האבן זיך אנגעשטרענגט מיטן געבן די סכום פון 1,800 דאלער און מיט דעם איז מען אנגעקומען צו א ריזיגן סכום, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים הקטנים עם הגדולים,
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אונטערשטן שטאק צום פראכטפולן חתונה זאל 'גינת קליין' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן זאל אין באגלייטונג פונעם חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו - אדמינעסטראטער פון מוסדותינו הק' און אריין אינעם נייעם גרויסן קאך און אין אלע שטיבער,
מען האט געענדיגט ארום 2:15.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש די ראשי הקהילה פון ק''ק ק"י אינאיינעם מיטן מייסטער ארכיטעקטער הרה''ח ר' אהרן עסטרייכער הי''ו פון
ירושלים און אריבערגעברענגט די פלענער וואס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן פון אויסברייטערן
די ביהמ''ד הגדול,
דער רבי האט איבערגעקוקט די פלענער פאר א לענגערע צייט און איבערגעגאנגען די פילצאליגע
דעטאלן וואס די פלענער נעמען אריין און געוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו און ר' אלעזר מערמלשטיין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד הגדול דעם קומענדיגן זונטאג נשא ב',
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~