שבת קודש פרשת במדבר - שבת מבה"ח סיון בקרב קהלתינו הק' וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת במדבר - שבת מבה"ח סיון בקרב קהלתינו הק' וומ"ס=
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א - מו"ץ, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל תהילת יוסף אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די זעקס ישיבות קטנות פון וומ"ס.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יחזקאל שרגא ט"ב בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר פנחס שלעזינגער שליט"א - מנהל ישיבתינו הק' לאנדאן.
פאר די פיש האט דער רבי געזאגט תורה פאר די בחורים אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאו בהן אומה"ע' און ארומגערעדט בדברי הכנה ליו"ט שבועות און געזאגט אז מ'פסק'נט אז אגב אונסא וזוזי גמר ומקני, און דורך די טעם מתיקות התורה וואס איז מער פון אלע גאלד און זילבער ווערט בטל די טענת מודעא,
דער רבי האט דערמאנט די סדר הלימוד וואס מען האט איינגעפירט פאראיאר יום ב' דשבועות צו לערנען צוויי שעה פארן דאווענען, און אויפגעפאדערט די בחורים עס ממשיך צו זיין ביתר שאת ועוז, און דערציילט די מעשה פונעם הייליגן קדושת לוי וואס האט מוצאי יוה"ק פארלאנגט א דערקוויקעניש - די תורה הק', און אויסגעפירט פאר די בחורים "וסעדו לבכם" קומט'ס ענק דערכאפן דאס הארץ בלימוד התורה.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א - מנהל ישיבת באר התורה.
מנוחה ושמחה: הר"ר פנחס שלעזינגער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די סמיכות ספר ויקרא צו במדבר און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.
קה אכסוף: הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א - מנהל ישיבת מבצר התורה.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק כ"ט אייר.
קה רבון עלם: הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א - מנהל ישיבת נזר התורה.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' דוד פליישמאן הי"ו.
אז ביום השביעי: הר"ר משה אשר צאהלער שליט"א - מנהל ישיבת חכמת התורה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר פנחס שלעזינגער שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' שלמה גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' בצלאל משה שווארץ הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
רביעי: ר' שלמה זלמן ברא"ה הורוויץ הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' שמעון עוזר ווייס הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: ר' שמואל בר"מ שטערן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם הערש הורוויץ הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' משולם שרגא יאקאבאוויטש הי"ו - לאנדאן.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי אהרן מוואלאווא זצ"ל וואס געפאלט דעם דינסטאג ג' סיון.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל ראטטער הי"ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~
ארום 7:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום פרק פארלערנען,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ו' משנה ג' "הלומד מחבירו אפילו וכו' או אפי' אות אחת" און געטייטשט בדברי דרוש ואגדה,
דער רבי האט אריין געטייטשט זעכצן אופנים וועלכע "אות אחת" פון די כ"ב אותיות מען דארף אויסלערנען צו ווערן אנגערופן רבי,
דער רבי האט ארויסגעברענגט פארשידענע ענינים בהכנה לקבלת התורה, און ממשיך געווען בדברי מוסר בענין קדש עצמך במותר לך און מען זאל זיך נישט נאכגעבן אלע תאוות היתר כמנהג אמעריקע, זיין יו''ט שבועות מיט חסיד'ישע אידן און נישט ארויספארן אויף די בערג, שמירת העינים, אזנים, הפה, והלב, ספעציעל אין די יעצטיגע ימי הקיץ, און דערמאנט די סדר הלימוד פון צוויי שעה רצופות פאריאר די צווייטע טאג שבועות פארן דאווענען און אויפגעפאדערט אלע בעה"ב אברכים ובחורי חמד מען זאל ממשיך זיין אויך די יאר.
מען האט געענדיגט ארום 8:15, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ.
לוי: הר"ר ראובן יוסף לעווי שליט"א.
שלישי: הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' דוד ישעי' ווייסמאן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאו בהן אומה"ע' און ארויסגעברענגט אז דורכן טוהן צדקה וחסד איינער מיטן צווייטן גיבט הקב"ה מדה כנגד מדה די מתנה פון תשובה מאהבה אפילו מען טוט נאר תשובה מיראה און עס נעמט אוועק די מיסך המבדיל צווישן הקב"ה און כלל ישראל.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי אהרן מוואלאווא זצ"ל וואס געפאלט דעם דינסטאג ג' סיון, און געציילט ספירה פארן עמוד.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:05.
~
מוצ"ש איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש הרבני הנגיד ר' וואלף נוסענצווייג הי"ו מו"ל פון די ספרי חתם סופר מהודרת וואלף נוסענצווייג, און געברענגט פארן רבי'ן א נייעם כתב יד מדברי תורתו פונעם הייליגן חתם סופר, און האט אויך געברענגט פארן רבי'ן די נייע סעט ספרי חתם סופר ליקוטים על המועדים, דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 12:15 איז דער רבי ארויף אויף א באזוך בבית הרבני הנגיד הנכבד ר' יואל לאנדא הי"ו לרגל שמחת ארוסי בתו למז"ט, ווי ער האט באשטייערט א ריזן סכום לטובת דעם בנין החדש 'הכנסת אורחים' אינעם שוהל-הויף, בעיר האבות סיגוט יצ"ו,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון רבותינו הק' עצי התמרים זי"ע, און פון די צדיקים וקדושים נבג"מ פון וועם דער חתן ציעט זיין שיינעם יחוס, און פארשידענע זכרונות בימי רביה"ק זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר הרבני הנגיד ר' יואל הי"ו און פאר די חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע משפחה.
פון דארט ארום 1:15 איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי כ"ק האדמורי"ם ורבנים מדעעש שליט"א ע"פ אמם הרבנית ע"ה.
ארום 1:35 האט דער רבי פארלאזט די שטוב אויפ'ן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בק"י.
~🌴~