מיטוואך במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך במדבר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ד'.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' בעריש לעבאוויטש הי"ו - מאנסי,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו און ר' משה אלי' פריעד הי"ו,
און פון די מחותנים ר' משה יודא יואל ווייס הי"ו און ר' יואל ברא"ד קארנבלי הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~