דינסטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג במדבר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג' אין ביהמ"ד ראדאשיץ.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישעי' סאקס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון דודו הרה"ק ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד סיגוט.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו ישיבה דרך התורה דסאטמאר אין נייעק בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א ובראשות הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח,
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון דודו הרה"ק ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד סיגוט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר דער מנהל הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א, און פאר אלע בחורים,
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי הכנה ליו"ט שבועות הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 7:40, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען די וועג אריין קיין וומ"ס צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 9:15 ביז 12:40 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף הויז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן ברד"ש עקשטיין הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' משה יצחק פרייזלער הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~