זונטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג במדבר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם מרדכי וועבער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל יעקב פיש הי"ו.
ב"ר הערש פנחס מאשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארמיטאג איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:05 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:05 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שלמה הערש שעהר הי"ו און ר' אלכסנדר נחום גאטליב הי"ו און פון די מחותנים ר' שלמה דוד יקותיאל גרינפעלד הי"ו און ר' שמואל עקשטיין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה האט הר''ר שמואל שלמה טעללער שליט''א מנהל בית רחל ק''י איבערגעגעבן פארן רבי'ן די שטרות קבלת טובת וואס די בית רחל תלמידות פון מוסדותינו הק' פון ענגלאנד האבן זיך אינטערגענומען בעניני טעכנילאגיע
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~