שבת קודש פרשת בהר - בחקותי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בהר - בחקותי=
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יואל בר"א שטיין שליט"א.
נאך מעריב האט רבינו שליט"א געציילט ספירה פארן עמוד, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל בר"א ראטה הי"ו - לאנדאן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' משה רוזנאי הי"ו - בית שמש.
מנוחה ושמחה: הר"ר יואל יוסף טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וידבר ה' אל משה בהר סיני לאמר און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל בר"א ראטה הי"ו - לאנדאן.
ברכת המזון: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק התורת חיים מקאסוב זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג כ"ה אייר.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:15.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר קלמן גפן שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה ברוך שטערן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' הערשל פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ שארמאש וומ"ס.
כהן: החתן נפתלי צבי ב"ר אברהם מתתי' קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
שלישי: החתן בערל ב"ר נחמן פיש הי"ו.
רביעי: החתן מנחם ב"ר יואל פריעדמאן הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל
ר' יואל בר"א היילברון.
ר' עוזר יצחק אבערלאנדער.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
הוספה: ר' יעקב ברש"ז ווייס, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' פייבוש מענדלאוויטש הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב שטערן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ג ר' יואל בר"ה פריעדמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
די סעודה שבת בייטאג האט דער רבי געגעסן אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' אין די זאל בביתו נאוה קודש,
במשך די סעודה האבן די בחורים געהאט די זכי' צו פרעגן שאלות אין פארשידענע נושאים וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, צווישן אנדערע האט דער רבי אויסגעשמועסט איבער שיקן געלט קיין ארץ ישראל און די היסטאריע פון די כוללי רבי מאיר בעל הנס, די היסטאריע פון סיגוט און די ארומיגע געגנטער אין מארמאראש, ציונית ואבזירייהו, הדרכה פאר בחורים, און נאך.
נאך די זמירות האט דער רבי מכבד געווען מיט די שיר היחוד (אזוי ווי די מנהג איז צו זינגען די שיר היחוד אין די וואכן צווישן פסח און שבועות) הבה"ח נח הכהן לאנדא ני"ו, און מיט ברכת המזון בנש"ק הב' הערשל בן הר"ר אלעזר אונגאר מתלמידי הישיבה,
מען האט געענדיגט די סעודה ארום 2:15 אזייגער.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו.
כהן: הר"ר יעקב ברז"ל גליק - וומ"ס.
לוי: הרה"ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם יושע ניימאן הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ג ר' הערשל פריעדמאן שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אם בחקותי תלכו, שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער דורך לימוד התורה קען מען א גאנץ יאר מקיים זיין מצוות וואס זענען אנגעהאנגען אין זמן, און אויף די מצות איז יא דא שכר אויף דער וועלט.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: החתן נפתלי צבי ב"ר אברהם מתתי' קאהן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' הערשל קאהן הי"ו.
נאך מעריב האט רבינו שליט"א געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:55.
~
מוצאי שבת קודש איז געקומען אויף א באזוך הגה''צ אבד''ק טערצאל שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו, און דער רבי האט ארויס באגלייט ביזן גאס.
א גוטע נאכט.
~🌴~