פרייטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג אמור=
~פסח שני~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי ישיבות קטנות און כתה מכינה לישיבה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה פרע"ח יקותיאל יודא שליט"א בן הרה"ג רבי יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און דערנאך ארויפגעדרייט די כריכות היד.
נאכן דאווענען האט הרה''ג רבי יואל גלאנץ שליט''א איבערגעגעבן פארן רבי'ן די קונטרס 'בירורים וביאורים' אויף הלכות שבת וואס איז ארויסגעקומען לרגל הבר מצוה ע''י חברי החבורות הלכות שבת בכולל תו''י, דער רבי האט מעיין געוועהן א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת הנחת תפילין און לכבוד פסח שני,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג דברי הדרכה פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
אינדערהיים האט זיך דער רבי געוואשן צו א סעודה לכבוד פסח שני, מען האט אויפגעגעבן מצה און מצה כרעמזלעך און קניידלעך כנהוג.
ארום 12:30האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוט שבת.
~🌴~