דאנערשטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים בנציון ליבערמאן הי"ו.
ב"ר חיים יעקב מרדכי זופניק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"שישו ושמחו בשמחת רבינו"
ארום 7:15 האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צום שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן אור אייניקל פון רבינו שליט"א הב' פרע"ח יקותיאל יודא שליט"א בן הרה"ג רבי יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' חתן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס במעמד אלפי אנשי שלומינו,
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם יצחק פראנצאז הי"ו ע"פ אשתו ע"ה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:10 בהיכל התורה - היכל תהילות יוסף בקומת ריספלער בבית מדרשינו הגדול,
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום שמחת הבר מצוה במעמד אלפי אנשי שלומינו,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און נאך די פיש געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, און די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
במשך די סעודה זענען געזינגען געווארן ניגוני פסח, וניגוני שמחה ושבח והודיה,
ביי די פיש האט דער בר מצוה בחור געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה, און דער זיידע הרה"צ רבי יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב האט געזאגט די קדיש,
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער עלטער זיידע הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, און די זיידעס הרה"צ מבארדיוב שליט"א, און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און דער טאטע הרה"ג ר' יואל שליט"א מיט דברי תורה ודברי שבח והודיה,
נאך די פלייש האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל,
דערנאך האט די קאפעליע פארגעזינגען גראמען לכבוד המאורע,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי דרוש לכבוד פסח שני,
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט התרגשות אז 'שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה' אז הקב"ה האט געגעבן די זכיה אז מען קען זיך באטייליגן ביי א אור אייניקל'ס בר מצוה,
און נאכגעזאגט פון זקינו הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס האט געזאגט אז 'כל שרואין זה בזה בדברי תורה' מיינט אז דריי דורות לערנען תורה צוזאמען דעמאלטס איז מען זוכה צו די ברכה פון 'לא ימישו מפיך ומפי זרעך ומפרי זרע זרעך מאתה ועד עולם', און דאס גיבט די כוחות זיך צו שלאגן מיטן יצר הרע,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט געגועין און דערמאנט די תורה וואס אביו רביה"ק זי"ע האט געזאגט ביי די בר מצוה פון רבינו שליט"א ווי רביה"ק זי"ע האט געטייטשט אויף 'ראות פניך לא פללתי והנה הראה אותי אלקים גם לי' אז 'הראה אותי' מ'זעט 'זיך' אפשפיגלען אויף די קינדער אז די קינדער גייען בדרכי אבות,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט א שיר ושבח פאר הקב"ה וואס האט געגעבן די געלעגענהייט צו דערלעבן אזא שמחה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בר מצוה בחור, און פאר די חשובע זיידעס און עלטער זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די בר מצוה בחור פרע"ח יקותיאל יודא שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
אי"ה מארגן פרייטאג וועט רבינו שליט"א דאווענען תפילת שחרית בהיכל ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי ישיבות קטנות וצעירים, און פארן דאווענען לייגן תפילין פאר נכדו הבחור הבר מצוה, און נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים רבתי לכבוד די שמחת הנחת תפילין.
א גוטע נאכט.
~🌴~