זונטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל הלוי הירש הי"ו.
ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו.
ב"ר שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא בריסק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל בלייך הי"ו און ר' יואל יצחק גרינוואלד הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~