שבת קודש פרשת אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת אח"ק=
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ישיבת נתיבת התלמוד אין בני ברק עטה"ק, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שנכנסו שני פולמוסין דנורא בחוטמיהן של נדב ואביהוא שאלו מלאכי השרת א"כ למה קרעת את הים ענו שרפי קודש השבינו ה' אליך ונשובה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאגעל הי"ו - ירושלים.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג י"א אייר.
קה רבון עלם: הרב יואל ישראל וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר נתן דוב ברש"ז שווארץ שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:30.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שמחה הערשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
כהן: ר' יואל ברי"פ גלאנצער הי"ו.
לוי: ר' יואל ברוך אונגאר הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
רביעי: ר' חיים שמעון גלויבער הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו - מאנטריאל.
אחרון: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן זאב גלויבער הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הב' אהרן האלבערשטאם ני"ו, נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
מהאט געמאכט די מי שברך למתענין בה"ב.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים בער אדלער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס. שלישי: הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו - מאנסי.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק קדושים תהיו ווי רש"י זאגט אז 'פרשה זו בהקהל נאמרה מפני שרוב גופי תורה תלויין בה' און דער רבי האט ארומגערעדט אז דורך לימוד התורה קען מען ניצל ווערן פונעם יצר הרע וואס פרובירט צו מצבע זיין עבירות פאר מצוות, אבער דאס איז נאר אויב מאיז נישט משוקע אין תאוות הגשמיות וואס דאס פארשטאפט די קאפ נישט צו קענען פארשטיין לימוד התורה און דאס גיבט כח פארן יצר הרע צו קענען פאפען די מענטש,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מלעבט אין א מדינה וואס די מהות פונעם מדינה איז זיך נאכצוגעבן אלע תאוות עולם הזה, דארף מען זען זיך אכטונג צו געבן און מאכן גדרים וסייגים אזוי ווי דער רמב"ם זאגט די וואך אויף קדושים תהיו אז 'קדש עצמך במותר לך' און דורכדעם וועט מען קענען פארשטיין די תורה הק' און ניצל ווערן פונעם יצר הרע.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יודל שטיין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - מו"ץ.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:40.
נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו ע"פ אביו ע"ה.
דערנאך זענען אריין בביתו נאוה קודש א קבוצה מתלמידי ישיבה גדולה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
א גוטע וואך.
~🌴~