פרייטאג אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג אח"ק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף ברח"י הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד החדש נועם אלימלך ליזענסק אויף די ליזענסק גאס, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבת עסק התורה - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר הלל ניימאן הי"ו.
ב"ר זלמן לייב שטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט שער פונעם היכל הביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל פתיחת הביהמ"ד,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק, און מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די שמחה פון מחנך זיין א נייע ביהמ"ד לתורה ולתפילה, און געזאגט אז די נאמען ליזענסק איז שוין משפיע קדושה, און דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן מו"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א, און בשבח פון די ראשי הקהילה וועלכע גיבן זיך אוועק אויפצושטעלן בתי מדרשים אינעם גאנצן שטאט לויט וויפיל ס'פעלט זיך אויס, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן מו"ץ הביהמ"ד שליט"א, פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, און בפרט פאר די גבאי ועסקני הביהמ"ד.
א גוט שבת.
~🌴~