דאנערשטאג אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג אח"ק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך יצחק ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלעזר גרובער הי"ו.
ב"ר אליעזר געשטעטנער הי"ו,
ב"ר מרדכי מענדל גרין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל די זמן החדש.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יו"ט ליפא וויינבערגער הי"ו און ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו,
און פון די מחותנים ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו און ר' אלעזר ניסן פרידריך הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
~🌴~