דאנערשטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג צו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די נשיא כנהוג.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין אל הקודש פנימה הר"ר ליפא קליין שליט"א - יושב ראש מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, אינאיינעם מיט הר"ר הערשל הארטשטיין שליט"א מראשי מערכת הכשרות, בשליחות הרבנים הגאונים חברי התאחדות הרבנים איבערצוגעבן פארן רבי'ן דעם מפתח כשרות וואס ווערט יערליך ארויסגעגעבן בעפאר יו"ט פסח דורכ'ן מערכת,
עס האט זיך אטוויקעלט א הערליכע שמועס ווי דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לעצטיגע פארברייטערונג און פילצאליגע פעולות לטובה פונעם מערכת און פארשידענע ענינים, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:15 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:15 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מעריב האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי דער רבי האט אויפגענומען הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' צו דינען אלץ "מו"ץ ביהמ"ד החדש נועם אלימלך ליזענסק" שע"י קהלתינו הק' וועלכע ווערט בע"ה געעפענט אויף יו"ט פסח הבעל"ט אויף די ליזענסק גאס,
ביים מעמד זענען אנוועזנד געווען די ראשי הקהילה מיט די בני המשפחה פונעם מו"ץ הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין ק"י,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~