מיטוואך צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך צו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו.
ב"ר קלמן פארקאש הי"ו.
ב"ר אברהם יושע ווערצבערגער הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די נשיא כנהוג.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חנני' יו"ט נתן ברוינער הי"ו און ר' דוד שטוהל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף גאנץ הלכות שבת, הבה"ח שמעי' ארי' ב"ר מאיר דרומער הי"ו - ק"י, הבה"ח בנימין יוסף ב"ר יונה גוטמאן הי"ו - ק"י, הבה"ח הערשל ב"ר משה אליעזר זאלדאן הי"ו - מאנטריאל.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~