מאנטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג צו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה משה ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין ווידער פאלאטשעק אויף די רימנוב גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' בהנהלת הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק שניצלער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די נשיא כנהוג.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די תלמידי כתות ג'ד'ה' בהנהלת הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים, און פאר אלע קינדער, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער.
דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי און נאך עטליכע מינוט צוריק אריין צום מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו'ז'ח',
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינער פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי הכנה ליו"ט פסח פאר די קינדער און מסיים געווען בברכת קדשו.
אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין צו די תלמידי כתות א'ב' בהנהלת הר"ר יואל אקער שליט"א ווי די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים בשעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין גאלדשטיין צו ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אשר אנשיל זאלדאן הי"ו און ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יחיאל צבי אפפעל הי"ו און ר' אלימלך בראך הי"ו - מאנטריאל,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~