זונטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג צו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי קטינא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר בנציון פאזנער הי"ו. ב"ר מנחם הלל גראס הי"ו.
ב"ר אברהם יושע גאלדשטיין הי"ו.
ב"ר יוסף דוד מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר פנחס יונתן ראטטער הי"ו.
ב"ר וואלף אלעזר רייכמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די נשיא כנהוג.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יואל פאשקעס שליט"א און ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת נדרים במסגרת חבורת יסודי התורה אין די זאלן פון קאנטינענטעל,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 9:45,
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מעריב אין א זייטיגן שטיבל.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום סיום,
דער נואם הכבוד הרה"ג ר' אברהם שארר שליט"א - רב דקהל תפארת גדליהו האט ממשיך געווען מיט די דרשה,
דערנאך האט דער יושב ראש הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א אויפגעריפן די נדבנים ופטרונים אפצונעמען ברכת קדשו,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון א איד וואס איז עוסק על המחי' ועל הכלכלה און איז קובע עיתים לתורה אויפדערנאכט וואס פאר א רושם עס מאכט אין הימל,
און איבערגעזאגט אז טראץ וואס מען האט שוין געענדיגט די מסכת זאל מען ווארטן מיט די התחלת מסכת נזיר ביז נאך פסח און דעמאלטס אנהייבן מיט א שטארקע התחדשות און אויף דערווייל ביז פסח זאל מען לערנען פרק ערבי פסחים פון מסכת פסחים אלץ הכנה צום יו"ט פסח, און דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי הכנה ליו"ט פסח אויפפאדערונג זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פסח מיט א הכנה דרבה צו קענען מקבל זיין די השפעות וואס קומען אראפ, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געמאכט די סיום מסכת נדרים והתחלת מסכת נזיר און מכבד געווען צו זאגן קדיש הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו - נדבן הסעודה,
נאכן סיום האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ פאר א לענגערע צייט און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א לעדערנע גמרא פאר די נדבנים,
מען האט געענדיגט ארום 11:30 און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~