מיטוואך ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויקרא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה ווייס הי"ו.
ב"ר אהרן יוסף באש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:55 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די אכטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מעמד 'חלוקת מעות' פון קרן המביא דורן שע''י מבצר הכוללים קרית יואל פאר עטליכע חבורות פון לומדי מבצר הכוללים, נתנדב דורך הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער רבי פארטיילט די געלט פאר די רבני ולומדי הכולל, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אשר לעמיל גלויבער הי"ו און ר' חיים הערש ברמ"י גאלדבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יואל יצחק סופר הי"ו און ר' ליפא ברמ"א פריעדמאן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~