דינסטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויקרא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד מהרש"א אויף המספיק וועי אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה - מאנסי.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די מקוה וואס איז נארוואס אריין אין באנוץ.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשיעורי הישיבה, און דערביי פארענטפערט די קשיא וואס דער רבי האט געפרעגט פארגאנגענע מאל פון די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן אויף פסחים פאר אלע בחורים.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:40.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען האט זיך די רבי משתתף געוועהן ביים שבע ברכות בבית וויזניץ - וויען מלובש בבגדי שבת, אין שטוב פונעם מחותן הרה"ג ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גרויסע זיידעס גיסו האדמו"ר מוויזניץ שליט"א און האדמו"ר מוויען שליט"א דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די חתן מחותנים און די גרויסע זיידעס.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צו די נייע פראכטפולן לאקאל פון 'גדר',
דער רבי האט צום ערשט קובע מזוזה געווען און דערנאך זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן פלאץ,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק פאר די עסקנים ארויסברענגענדיג די זכי' וואס מען האט צו העלפן אידן זיין אפגעהיטן פון די טעכנעלאגישע כלים, און מסיים געווען בדברי ברכה פאר אלע עסקנים.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון מחותנו הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א לרגל די חתונה פון א אייניקל פארגאנגענע וואך הכלה בת בנו הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה ב"פ,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריבערגעקומען ישיבת מאור החיים פון ב"פ ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די תלמידי הישיבה,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די בחורים, און אלע בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אויך זענען אריין די הנהלת התאחדות אברכים פון וומ"ס און די הנהלת התאחדות אברכים פון ב"פ לרגל די סיום מסכת נדרים במסגרת חבורת יסודי התורה וועלכע קומט פאר דעם מוצ"ש אין ב"פ, און דעם קומענדיגן זונטאג צו אין די זאלן פון קאנטינענטל אין וומ"ס בהשתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א, ווי דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
עס איז געקומען אויף א באזוך הגאון ר' משה טראכטמאן שליט"א פון ארה"ק ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי פלפול בכמה סוגיות הש"ס, און הגאון ר' משה שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א עטליכע בענדער חידושי תורה,
דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן און געגעבן ספרו לב אהרן אויף פסחים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.
~🌴~