מאנטאג ויקה"פ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויקה"פ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישראל פארגעס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותנו הרה"צ בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי שבח פון די בחורים זאגענדיג אז מען האט ברוך השם באקומען גוטע גריסן איבער די התנהגות פון די בחורים פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט ביים גיין נאך צדקה ביי די הייזער,
מען האט געענדיגט ארום 2:50.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו און הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יצחק בראך הי"ו און ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה יעקב קאהן הי"ו און ר' משה ברח"א ווייס הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין די תלמידי ישיבת עצי חיים - שיעור ג' אינאיינעם מיטן מנהל הר"ר מרדכי אהרן זאבעל שליט"א לרגל דאס אפרייזן דעם מיטוואך אויף אייראפע למקומות הקדושים,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און איבערגעגעבן דברי הדרכה פאר די בחורים,
דערנאך זענען די בחורים אריבער אפנעמען ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אראן הי"ו און ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~