זונטאג ויקה"פ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויקה"פ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלעזר שווארץ הי"ו.
ב"ר מאיר חיים שניצלער הי"ו.
ב"ר יואל שעהר הי"ו.
ב"ר אברהם שפילמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 2:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט פירות און לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און ארויסבאגלייט ביזן קאר.
דערנאך איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און דערנאך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 6:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווידער הי"ו,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו און ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל בר"מ טייכמאן הי"ו און ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקני מרכז עזרה ויעוץ און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די הרחבת גבולי המרכז בארה"ק און מקבל געווען ברכת הקודש אויף די ווייטערדיגע פלענער.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו און ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותנו הרה"צ בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
~🌴~