דאנערשטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג חקת
ארום 9:40 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום סיום מס' יבמות פון חבורת יסודי התורה אינעם גיגאנטישן זאל "בית רחל אודיטאריום".
דער רבי האט טועם געווען און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור דערנאך האט דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דב"ק, ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט דברי חיזוק ועידוד להלומדים החשובים.
דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פונעם מייסד ופטרון החבורה הרה"ח עקיבא צבי קליין הי"ו און דער רבי האט ארויסגעהויבן זיינע פיל לייסטונגען לרומם קרן התורה ובפרט מיט די נייע ת''ת בנין קליין און יעצט מיטן איבערבויען די מקוה און ביהמ''ד הגדול און פארענדיגט בברכות קודש פארן פטרון החבורה ולומדיה.
דערנאך האט דער רבי געמאכט די סיום אויף מסכת יבמות נאכגעפאלגט מיט פייערדיגע ריקודי קודש אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט.
ארום 10:50 האט מען געבענטשט.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה.
~🌴~