דאנערשטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג חקת
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל
ר' אלעזר טויב
ר' נפתלי הערש האלפערט
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל
ר' משה שמואל שטיין
ווי דער רבי איז געווען סנדק
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בן
הרה"ג יואל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ קעסקעיד.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ד' פסוק ח'.
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גרויסע שמחה אז מען האט געשניטן ווייץ לקראת חג הפסח תשפ"ב הבעל"ט, און דערציילט די השתלשלות פון די מהודר'דיגע אריזאנע ווייץ, באגלייט מיט די הלכה'דיגע פרטים.
נאכן שיעור זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען נעמען שלום
דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
א גוטן טאג
~🌴~