זונטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אויף די ראצפערט גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' בהנהלת הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א - מנהל.
ב"ר בעריש ווייזער הי"ו. ב"ר יואל אבערלענדער הי"ו.
ב"ר אליעזר גאלד הי"ו.
ב"ר אהרן ישראל מאיר טייכמאן הי"ו.
ב"ר יצחק פייערשטיין הי"ו.
ב"ר יעקב יוחנן מיטטעלמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינער פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים, און אלע קינדער,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג אז פורים איז געווען הדר קבלוה מאהבה, און געזאגט אז מען דארף זען אז ווען מען לערענט א שטיקל גמרא דארף מען זען מ'זאל עס פארשטיין און מ'זאל לעבן מיט די תורה, און מסיים געווען בברכת קודש.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן צווייטן שטאק פונעם בנין צו ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די תלמידי כתות ג' ד' ה' בהנהלת הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק ארויסברענגענדיג אז ביים נס פורים זענען די קליינע קינדער אויך געווען א חלק פונעם נס און זיי דארפן זיך אויך מיטפרייען מיט די נס פורים, און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שריים פאר די מלמדים צו אויסטיילן פאר די קינדער, מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו און ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' בנציון נידערמאן הי"ו און ר' אליעזר מאיר נאווי ע"ה אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ, ע"פ בנו ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 10:45 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~