שבת קודש פרשת תצוה - זכור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תצוה - זכור=
ארום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר גדלי' משה פאנעט שליט"א, בן האדמו"ר מדעעש ב"ב שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נחום שמשון שווארץ שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ואתה תצוה את בני ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הר"ר גדלי' משה פאנעט שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' שמעון סופר זצ"ל מקראקא וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן דאנערשטאג ט"ז אדר.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:35.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל ברי"א שטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר.
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו און הר"ר גדלי' משה פאנעט שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
כהן: הר"ר זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
לוי: החתן שלמה ב"ר יעקב יחזקי' היימליך הי"ו.
שלישי: החתן אלימלך ב"ר יואל שטיין הי"ו - באווארפען.
רביעי: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א.
חמישי: דער פורים רב הרב שלמה לייב וויינבערגער שליט"א.
שישי: החתן מאיר ב"ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו.
שביעי: החתן לוי יצחק ב"ר יואל ברי"ד לאנדא הי"ו.
אחרון: החתן יושע הערש ב"ר יו"ט לעווי הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו.
מפטיר די קריאה פון זכור האט דער רבי עולה געווען און אליינס געליינט מיט גרויס התעורורות.
הגבה: הרה"ח ר' מאיר יוסף טייטלבוים הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שלום יצחק ווידער הי"ו.
ר' ירוחם יאקאב הי"ו.
ר' שמואל פילאפף הי"ו.
ר' חיים אלעזר היימליך הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אפרים טייטלבוים הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף ווייסמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יוסף דוד היימליך הי"ו - מאנסי.
שלישי: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון מחית עמלק און ארויסגעברענגט אז עמלק האט אריינגעברענגט א קרירות ביי אידישע קינדער אז די אידן זאלן ווערן מגושם און דאס האט געמאכט אז די אידן זאלן נישט קענען הערן די בת קול היוצאת מהר חורב,
האט דער רבי געזאגט אז שבת אין מילה האבן די כח מכחיש צו זיין די תאוות הגשמיות און דורך דעם איז מען מקיים מחית עמלק און מען איז זוכה זיין צו הערן די בת קול און נתעורר ווערן לתשובה,
און דער רבי האט ארומגערעדט אז עס קומט א יו"ט פורים, און הקב"ה זאל העלפן אז מ'זאל קענען מקבל זיין בשלימות די השפעות וואס קומען אראפ יו"ט פורים עד ביאת הגואל בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף דוד היימליך הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן לוי יצחק ב"ר יואל ברי"ד לאנדא הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:45.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה די תלמידי ישיבה נתיבות התלמוד פון בארא פארק וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים אין ישיבה און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 11:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווידער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג ויהק"פ אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שמעון הי"ו און זיין משפחה.
ארום 11:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א בבית האכסניא פון הרה"ח ר' אליעזר הארטמאן הי"ו בגלילות ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און פאלטישאנ'ע רבי שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~