זונטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מרדכי לייב צוויבל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ג'.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברי"ד לאנדא הי"ו און ר' ברוך עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א - מו"ץ און הר"ר יואל גאטליעב שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' משה אברהם שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, נאכן ליינען די תנאים האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו און פארן חתן און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו און ר' יואל בר"ה ווייס הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~