שבת קודש פרשת תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תרומה=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מאיר ב"ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו.
ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי"ו - מאנסי.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' נפתלי דיימאנט הי"ו - ירושלים.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אכילה שלא כדרך.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי"ו.
ברכת המזון: הב' החתן ליפא בן הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א, חתן הגה"צ רב דקהלתינו 15עוו. שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג ז' אדר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:15.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אפרים שווארץ הי"ו - מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
כהן: החתן אהרן ב"ר יואל יעקב שעהנברוין הי"ו - באווארפען.
לוי: הרה"ח ר' נפתלי צבי פסח אונגאר הי"ו.
שלישי: החתן מאיר ב"ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן שמחה בונם ב"ר יושע בער שווארץ הי"ו - באווארפען.
חמישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' גדלי ברח"ה אפפעל הי"ו.
ר' יעקב בר"י גוטמאן הי"ו.
ר' אלי' ברח"מ שניטצער הי"ו.
ר' שמשון בר"מ סימאן הי"ו.
ר' יעקב ברח"א ווייס הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' הערשל מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
הוספות: החתן חיים ב"ר יודא אברהם שטיין הי"ו.
החתן יוסף מאיר ב"ר וואלף אלעזר רייכמאן הי"ו.
החתן נפתלי דוד ב"ר יואל ווייסמאן הי"ו.
אחרון: החתן נחום מרדכי ב"ר שלמה לייב גליק הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' מנלי שעהר הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' חיים יודל באב"ד שליט"א - ר"י תורת חסד לאנדאן.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם רייכמאן הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יעקב שעהנפעלד הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' שלמה לייב גליק הי"ו.
לוי: ר' חיים אלעזר היימליך הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' און געטייטשט אז דורך דעים וואס מען לערנט די תורה ווערט גערעכנט אזוי ווי מען איז מקיים אלע מצוות, אויך די וואס מען קען נישט מקיים זיין בפועל, כל הלומד בתורת עולה כאילו הקריב עולה, דורך זאגן יעדע אינדערפרי פאר'ן דאווענען די סדר הקרבנות ווערט נתכפר די עבירות אזוי ווי בשעת מען האט מקריב געווען די תמיד, און אזוי קען מען זיך שטעלן דאווענען,
מען דארף זיך מחזק זיין אין דעם ענין און וויסן אז אנשי כנסת הגדולה האבן מסדר געווען דעם סדר מיט א סדר נכון און אזוי דארף מען דאווענען און נישט מזלזל זיין אין דעים, ויהא אמירה זו מרוצה כאילו הקרבנו קרבן התמיד.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' נפתלי צבי פסח אונגאר הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' הערשל מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יוסף מאיר ב"ר וואלף אלעזר רייכמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאך הבדלה איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו לרגל שמחת נישואי נכדתו למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך ביהמ"ד בית מרדכי לרגל שמחת נישואין פון החתן בן הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, עב"ג הכלה נכדת הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א בת לבנו הרב שלמה שליט"א,
עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיטן גאנצן אויבנאן און עקסטער מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~🌴~