דאנערשטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג משפטים=
~מסע הקודש קיין עיר האבות סיגוט יע"א~
ארום 7:30 אינדערפרי האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער אינעם וויען אינטערנעשענאל עירפארט, ביים טיר פון פליגער האבן אפגעווארט און שלום גענומען פון רבינו שליט''א הגה''צ רבי אברהם יונה שווארץ שליט''א - רב דקהל חסידים וינה, אינאיינעם מיט הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו בבגדי שבת.
דער רבי איז תיכף צוגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו.
דער רבי האט עוסק געווען בתורה א לענגערע צייט, און דערנאך געגאנגען אין מקוה בביהמ"ד קהל חסידים.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד קהל חסידים. פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די מצוה בחור נכד הגה''צ רבי אברהם יונה שווארץ שליט''א רב דקהל חסידים וינה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי און דערנאך געבענטשט גומל.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור, און די תלמידי ישיבה קטנה פון קהל מחזיקי הדת וויען, אינאיינעם מיט'ן ציבור מתפללי הביהמ''ד, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער רב הגה''צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט''א און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה און שמחה אין שטאט מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' משה אליעזר ווייס שליט''א אבד"ק מחזיקי הדת און ארויסגעברענגט אז דער רבי דער גרויסער מזכה את הרבים פארט אויף שבת צו די אבות וואס זענען בבחינת שבת וועט מען זיכער פויעל'ן ישועות און געבעטן דעם רבי'ן זאל איבערלאזן א ברכה פאר די שטאט, דערנאך האט הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו מלובש בבגדי שבת אויסגעדריקט זיין גרויס רגשי הלב די זכיה וואס ער האט אז דער רבי קומט איינשטיין ביי אים, דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט דאס פשעטל און מען האט אריינגעזונגען.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די בחורים, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די בחורים און פאר די ארטיגע רבנים, און פארן גאנצן ציבור.
אויפ'ן וועג ארויס איז מען אריבער שלום נעמען.
נאכמיטאג איז געקומען אויף א באזוך הגה''צ ר' משה אליעזר ווייס שליט''א אבד"ק מחזיקי הדת וויען, אינאיינעם מיט די עלטערע קינדער פון די ת''ת, דער רבי האט געדאווענט מנחה און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב''ק בשבח פון די תלמידים און מאריך געווען בענין אז מען זעהט שוין ב"ה חסידישע קינדער מיט פאות אין וויען, און מסיים געווען בברכות קדשו, און דערנאך פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער.
דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה''צ אב''ד מחזיקי הדת שליט''א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף קורצע באזוכן ביי די רבני העיר שליט''א.
צום ערשט ביי הגה''צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט''א אב''ד דקהל חסידים וינה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער א שאלה בהלכות גירות, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט''א - אב"ד קהל אוהל משה וויען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי ער האט געוויזן אלטע כתבי ידות פון גדולי האחרונים, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי הגה''צ ר' משה אליעזר ווייס שליט''א - אב''ד מחזיקי הדת וויען, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
פון דארט איז דער רבי געפארן צום עירפארט ווי די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:40 א וועג פון 45 מינוט צו די שטאט באניע.
די פליגער האט געלאנדעט ארום 8:15 אין די שטאט באניע, פון ווי דער רבי איז גראד געפארן לעיר האבות סיגוט, אין די קאר פון הרה''ח ר' שלמה הערש בר''ד עקשטיין הי''ו.
ארום 10:00 אזייגער איז מען אנגעקומען קיין סיגוט, און ארום 11:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל משה ארי', און דערנאך שלום געגעבן פאר די חשובע געסט.
~🌴~