מיטוואך משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך משפטים=
~מסע הקודש קיין עיר האבות סיגוט יע"א~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
נאכמיטאג ארום 3:00 אזייגער איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל, ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה מיט די תלמידים פון אלע סניפים.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און אור פניך לכבוד שבת שקלים בהתעוררות רב.
דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דב"ק ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם' און אויף דעים זאגט דער תרגום ואלין דיניא די תסדר קדמיהון, האט דער רבי געזאגט אז דאס מיינט אז מדארף אלע דינים אראפלייגן פארן בית דין, מפארט קיין סיגוט מקום קברי אבותי הקדושים תמכתי יתידותי בזכות שלשת אבות ווען מפארט אהין זאל מען אראפלייגן דארטן אלע דינים אז די זיידעס זאל בעטן רחמים פאר אונז,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה אז די שוהל און סיגוט איז אויפגעבויעט אויפן מקום שהתפללו בו אבותיו און דער רבי האט בפרטית אויסגערעכנט ווען רבותינו הקדושים זענען דארטן געווען אין שוהל, און אזוי אויך דערציילט אז ווען דער ייטב לב איז געקומען קיין סיגוט האט ער אויפגעשטעלט אן עקסטערע ביהמ"ד צו לערנען ווי דארטן האט ער פארגעלערנט פאר די תלמידים און געפירט די טישן מיט די בחורים און אויפגעטרעטן מיט די פייערדיגע דרשות אין די הייליגע טעג און דער רבי האט ארויסגעברענגט די געפילען וואס ער שפירט ווען ער גייט יעצט צירוק קיין סיגוט צו פירן א שבת מיט ישיבה בחורים, דער רבי האט געזאגט בקול חנק מדמעות 'מוויל ווייזן פארן אבותינו הקדושים אז מפרובירט ממשיך צו זיין דעים דרך' און דערביי האט דער רבי געזאגט אז ער וועט מיטנעמען א קוויטל כוללות פון די טויזענטער תלמידי הישיבות פון אמעריקע, און מסיים געווען בברכות קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 3:50 און די תלמידי הישיבה האבן ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו און קה זכות אבות.
ארום 4:55 איז דער רבי אנגעקומען אין נוארק עירפארט, און ארויף אויפן פליגער וועלכע האט זיך געהויבן ארום 5:50 א וועג פון 8 שעה קיין וויען עסטרייך.
אויפן פליגער האט דער רבי עוסק געווען א לענגערע צייט אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן', און געשריבן חידו"ת, און דערנאך האט מען געדאווענט מעריב.
~🌴~